Telegram Group Search
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
וויירעל ווידעא ווי באקאנטע קאמעדיען פון לאנדאן, מיילעך לאנדא, פירט א לענגערע וויכוח מיט א גרופע מוסלימענער אין די 'הייד פארק - ספיקערס קארנער' אין לאנדאן, פארלאפענע וואך.
Please open Telegram to view this post
VIEW IN TELEGRAM
קעגן נטורי קרתא
מהרז"ל
אדמו"ר מסאטמאר מהרז"ל היינט ביי א דרשה אין ראדני קומט ארויס שארף קעגן נטורי קרתא.
Please open Telegram to view this post
VIEW IN TELEGRAM
אידישליך פאליטיק
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
ליפא מיט א שטארקע מעסעדזש שטייענדיג ביים ציון פון אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל נאכן ווערן געקענסעלט פון אן פריוואטע אווענט צוליב וואס יענער האט באקומען אומגעהויערע פרעשור צו קענסלען ליפא פארן חטא פון זינגען פאר די צה"ל.
מ'טאר נישט טוישן
מהרזל
אין מוסדות סאטמאר מהר"א אין קרית יואל האט מען אויספרובירט ביי איין קלאס אז בנוסף צו די וועכענטליכע סדרה זאל מען אויך גרונטליך דורכלערנען חומש רש"י פון אנהייב ביז'ן סוף דורכאויס עטליכע יאר, נישט געבינדן צום פרשה.

אדמו"ר מ'סאטמאר מהרז"ל האט גאר שארף אראפגעריסן די מהלך ביי זיין דרשה דעם כ"א כסלו זאגענדיג אז סאטמארער רבי זצ"ל האט עס נישט צוגעלאזט, ווייל יעדע זאך וואס איז אנדערש פון אמאל איז אסור.
אידישליך פאליטיק
מהרזל – מ'טאר נישט טוישן
מוסיף זיין לימודים
מהרא
אדמו"ר מסאטמאר מהר"א האט היינט דירעקט געענטפערט דערויף גאר שארף און איז דורכגעגאנגען אלע דעטאלן, זאגענדיג מוסיף זיין א לימוד הייסט נישט משנה זיין.

צווישן אנדערע זאגט ער אז די זאלונים מאכן איהם אלעס נאר אפאר יאר שפעטער, פליקט איבער די פלייש סומאטוכע דעם פארלאפענעם זוממער, רעדט איבער די חינוך גזירה פאליטיק, זאגט אז מ'שרייט אויף איהם פון ווייטאג ועוד.
אידישליך פאליטיק
מהרא – מוסיף זיין לימודים
ס'איז שוין 20 יאר א מחלוקת, שוין דא א גאנצע דור וואס איז אויפגעוואקסן אין איינס פון די צוויי קהילות, און ווייסן נישט פון עפעס אנדערש, אויסער שעלטן און רופן נעמען די "אנדערע זייט", און קוקן דאס אן נארמאל, ווייל אזוי זענען זיי נעבעך ערצויגן געווארן זייער גאנצע לעבן.

ס'איז צייט פאר פארשטענדעניש, צייט צו קוקן די מציאות אין פנים און אנערקענען אז ס'איז דא דא צוויי ריזיגע אימפעריעס וואס גייען נישט אינערגעץ און אזא מחלוקת ברענגט פאר קיינעם גארנישט.

דו ביסט די עכטע און מיך קומט זיך עס, אלעס פיין און וואויל, אבער הייבטס אן לעבן ווי נארמאלע מענטשן. מ'בעט נישט איר זאלטס אייך אויפפירן ווי ברודער, ס"ה פירטס אייך אויף ווי די רבנים פון צוויי באזונדערע קהילות.
כאאס אין 770 נאך וואס עטליכע בחורים זענען צעווילדעוועט געווארן ווען א צעמענט טראק האט זיך באוויזן צו פארמאכן א טונעל וואס זיי האבן געגראבן צווישן די ביהמ"ד און די מקוה בנין. אין רעאקציע האבן די בחורים צושמעטערט די אייקאנישע האלצערנע וואנט פונעם ביהמ"ד.
אידישליך פאליטיק
Video
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
וואס אפאר כוליגענעס קענען אנמאכן 🤦🏻‍♂

די קליפס פארן ארום אויף די אלגעמיינע סאציאלע מידיע פלאטפאמעס, און די 'חב"ד טונעלן' איז געווארן א טרענדינג טאפיק איבער'ן לאנד.

געוויסע צייכענען צו מיט גרויס שוידער א "בלוטיגע ווייסע מאטראץ" וואס איז "געפונען געווארן אין די טונעלן", און קאנספיראציע טעאריקער שפינען און וועבן שוין. פרא-כאמאס אקקאונטס ווייסן שוין חוזק צו מאכן, לדוגמא אז מ'דארף עס באמבאדירן אזוי ווי די כאמאס טונעלן.
אן איידעלע בריוו דורך מרת בילגריי אין די לאקאלע אויסגאבעס, וואס באציט זיך צו די אגרעסיווע טעראר-קאמפיין, אנגעפירט דורך יענקעלע כהן און ישראל משה דירנפעלד, מלא זיופים, שקרים, וסילופים, אנטקעגן אירע 'בואי בשלום' שלום בית שיעורים.

דער בריוו באציעט זיך צו די אלע רבנים מיט רעספעקט, בעהט יעדעם אויסצופאלגן זייער דעת תורה, און שטעלט קלאר אז די שיעורים וועלן ווייטער אנגיין בהסכמת הרבנים.
2024/06/02 08:25:14
Back to Top
HTML Embed Code: